בונדיזם.נעט

top

פאַרוואָס האָבן מיר די נעץ געגרינדעט

נאָך דער צווייטער וועלט מלחמה האָבן בונדיסטן זיך צעשפּרייט איבער גאָר די וועלט. גלייכצייטיק , האָט די פאָרשונג וועגן דעם בונד זיך אויך צעשפּרייט. עס איז פאַרבייגעגאַנגען שוין 10 יאָרן זינט דער לעצטער גרויסער פאַרזאַמלונג צווישן היסטאָריקער וואָס אַרבעטן אויף די טעמע, בונד. היינט, איבער אַ סך לענדער אַרבעטן היסטאָריקער וואָס האָבן שוין לאַנג נישט קיין פאַרבינדונג. אָבער ווען מיר קוקן אויף די היינטצייטיקע און פאַרגאַנגענע פּראָיעקטן, איז עס קלאָר אַז אונדזער געביט לעבט שטאַרק אין פאַרשידענע לענדער, און העלפט אונדז צו פאַרשטיין ברייטערע פּראָבלעמען אין דער יידישער און אַלוועלטלעכער געשיכטע. די גרינדערס פון בונדיזם.נעט האָבן צוזאַמען באַשלאָסן, אַז עס איז איצט די ריכטיקע צייט צו גרינדן אַ ניי נעץ וואָס נוצט די נייע טעכנאָלאָגיע, און וואָס בלייבט אין עיקר, צווישננאַציאָנאַל, אָדער טראַנסנאַציאָנאַל

top

אַלגעמיינער יידישער אַרבעטער בונד

דער יידישער אַרבעטער בונד איז געגרינדעט אין יאָר 1897 אין ליטע. דורך זיין ערשטן פופציק יאָר, איז עס געווען איינער פון די גרעסטע פּאָליטישע, סאָציאַלע, קולטורעלע אָרגאַניזאַציעס איבער די גאַנצע מזרח-אייראָפּע. בונדיסטן זיינען טעטיק געווען אין די רוסישע סאָציאַליסטישע קרייזן, און די פּאַרטיי האָט אָנטייל גענומען אין דער ערשטער רוסישער רעוואָלוציע אין 1905. נאָך די קאָמוניסטישע ליקווידאַציע פונעם בונד אין די ראַטן-פאַרבאַנד, האָט דער צענטער פון בונד זיך איבערגעצויגן קיין פּוילן, וווּ עס איז געוואָרן אַ באַוועגונג פאַר די ברייטע יידישע מאַסן, מיט זיין נעץ פון סאָציאַל און קולטורעלע אָרגאַניזאַציעס. ערבֿ דער מלחמה, איז דער בונד געווען איינער פון די גרעסטע און פּאָפּולערסטע אָרגאַניזאַציעס אויף דער יידישער גאַס. בשעת דעם חורבן, איז דער בונד געווען טעטיק אין דער אונטערערדישער באַוועגונג וואָס האָט געקעמפט קעגן די נאַצישע אָקופּאַציע און די פאַרניכטונג פון דער יידישער פאָלק. בונדיסטן האָבן געקעמפט אין די געטאָס און לאַגערן ווי אין וואַרשע, ווילנע, לאָדז, ביאַליסטאָק, און אַזוי ווייטער. זיי האָבן אויך פּרובירט צו ברענגען אינפאָרמאַציע וועגן די מאָרד פון מיליאָנען יידן צו דער אויפמערקזאַמקייט פון די אַליִיִרטע לענדער. ליידער, האָט דעם חורבן אָפּגעשוואַכט די בונדישע באַוועגונג און זיין באַזע , די פּוילישע יידנטום, זיינען כּמעת אין גאַנצן פאַרניכטערט. די קאָמוניסטישע רעגירונג האָט איבערגעזען צום סוף די ליקווידאַציע פונעם פּוילישן בונד אין יאָר 1948. דערנאָך האָבן בונדיסטן איבער דער וועלט געענדערט זייערע אָרגאַניזאַציאָנעלע פרינציפּן. דער מאָרד פונעם פּוילישן בונד האָט געבראַכט דער גלייכצייטיקער אַנטשטייונג פון דער וועלט קאָאָרדיניר קאָמיטעט פון בונדישע אָרגאַניזאַציעס און דער אינטערנאַציאָנאַלער יידישער אַרבעטער בונד. דער בונד האָט געמאַכט אַ פאַרוואַנדלונג פון אַ פּאַרטיי אין איין לאַנד צו אַן אַלוועלטלעכע און טראַנזנאַציאָנעלע נעץ פון בונדישע אָרגאַניזאַציעס

top

אונדזערע צילן

דאָס הויפּט ציל פון בונדיזם.נעט איז די פאַרבינדונג פון היסטאָריקער איבער די וועלט וואָס האָבן אַן אינטערעס אין דער געשיכטע און אידעען פונעם יידישן אַרבעטער בונד. מיר באַגריסן למדנים פון פאַרשידענע געביטן ווי יידישע געשיכטע, פּאָליטישע טעאָריע, מאַרקסיסטישע און אַרבעטער געשיכטע, די געשיכטע פון מזרח-אייראָפּע, די געשיכטע פון אידעען, און קולטורעלע געשיכטע. מיר באַגריסן פאָרשונג אויף אַלע פּעריאָדן און טעמעס וואָס האָבן אַ שייכות צום בונד. בונדיזם.נעט איז איבערגעגעבן צו אַלערליי צוגאַנגען און מיר שיקן אַ האַרציקן איינלאַדונג צו אַלע וואָס ווילן באַרייכערן די גוף פון בונדישע היסטאָריאָגראַפיע. מיר ווילן אָנפירן אַ דיסקוסיע וועגן פּראָבלעמען און שטריכן אין יידישער און קולטורעלער געשיכטע. בונדיזם.נעט וועט אויך צושטעלן מיטלען, לינקען, און אינפאָרמאַציע צו העלפן אַלע וואָס זיינען פאַראינטערעסירט אין שטודירן די געשיכטע פונעם בונד. צום סוף, ווילן מיר גרינדן אַ טראַנזנאַציאָנאַלע געזעלשאַפט וווּ מענטשן וועלן האָבן אַן אָרט וווּ זיי קענען בייטן זייערע מיטלען, חכמה און מיינונגען מיטן ציל צו פאַרשטאַרקן די פאָרשונג וועגן אַ וויכטיקע קאַפּיטל אין דער מאָדערנער יידישער געשיכטע